”װראַק - דער מוזײ װעגן שיפֿבראָכן (Vrak – Museum of Wrecks)

 

אויפֿן באָדעם פֿונעם באַלטישן ים איז דאָ אַן אוניקאַלע, קולטורעלע ירושה. עס איז שוין צײַט צו אַנטדעקן די דאָזיקע זאַכן, דאָס הײסט שיפֿבראָכן און אַנדערע אוצרות, אין אַ נײַעם מוזײ. „”װראַק - דער מוזײ װעגן שיפֿבראָכן” (Vrak – Museum of Wrecks) װיל פֿאָרשטעלן די סודות פֿונעם באַלטישן ים.

”װראַק - דער מוזײ װעגן שיפֿבראָכן” (Vrak – Museum of Wrecks) איז אַ נײַער ים־אַרכעאָלאָגישער מוזײ װאָס װעט זײַן דאָ אין אַ לאָקאַל, װאָס איז שוין דאָ, לעבן דעם „װאַסע־מוזײ” אין דזשורגאָרדן, שטאָקהאָלם. דער אַ ראַיאָן האָט אַ נאַטירליכע פֿאַרבינדונג מיטן באַלטישן ים און איז נאָענט צום אַלטן ים־פֿלאָט.  

מע װעט עפֿנען דעם מוזײ אין 2020, און ער װעט זײַן אַ טײל פֿון דעם מלוכישן אינסטאַנץ „די מלוכישע, היסטאָרישע ים־ און טראַנספּאָרט־מוזײען”, צוזאַמען מיטן „װאַסע־מוזײ”, דעם „אָזערע־היסטאָרישן מוזײ”, דעם „ים־מוזײ” און דעם „באַן־מוזײ”.

 

אַ גרויסע קולטורעלע ירושה

דער באַלטישער ים האָט זײער אַ ספּעצציעלע נאַטור און היסטאָריע. דאָס הײסט, אַז דער ים האָט אַ סך גוט אויפֿגעהיטע שיפֿבראָכן און אַנדערע אַזוינע זאַכן, פֿון פֿאַרשײדענע עפּאָכעס, װעלכע האַלטן דעם זעלבן קלאַס װי דער באַרימטער שיף „װאַסע”. דער באַלטישער ים איז זײער אַ האַרט־טראַפֿירירטער, און די אוניקאַלע קאָמבינאַציע פֿון בראַקװאַסער, קעלט, פֿינצטער און װײניק זויערשטאָף הײסט אַז מאַטעריאַלן, אַפֿילו האָלץ, קענען בלײַבן כּמעט פֿונק נײַ.

אין משך פֿון די לעצטע יאָר, האָבן די טעכנישע אַנטװיקלונג מיט דער ים־אַרעאָלאָגישער פֿאָרשונג שטאַרק פֿאַרבעסערט די קענטשאַפֿט װעגן דער דאָזיקער קולטורעלער ירושה.

 

אויסשטעלונגען און אַנדערע פּראָיעקטן

”װראַק - דער מוזײ װעגן שיפֿבראָכן” (Vrak – Museum of Wrecks) גיט נײַע פּערספּעקטיװן אויף אי היסטאָרישע, אי הײַנטצײַטיקע ענינים. מיט אויסגעפֿינסן און דיגיטאַלער טעכנאָלאָגיע װילן מיר דערצײלן װעגן די מענטשן װאָס האָבן געאַרבעט אויפֿן ים, ים־װעג, שלאַכטפֿעלד – און קבֿר.

 

די אָ, פֿאַרן עולם, אומבאַקאַנטע װעלט װעט װערן לעבעדיק דורך אַ סך אינאָװאַטיװע אופֿנים אויף אויסשטעלונגען און, אויך, װראַקס װעבזײַטל, װאָס איז אַ װיכטיקער טײל פֿונעם מוזײ. דורך איבערקוקן די װעלט און צוזאַמענאַרבעטן מיט אַנדערע לענדער אַרום דעם באַלטישן ים, װעט װראַק נישט נאָר זײַן אַ מוזײ – איר װעט זיך טרעפֿן מיט אונדז אין פֿאַרשײדענע פּראָיעקטן!